Testo Yidisch

Da NachmanYomi.

הז' בעטלירס

'א-איך וועל דערצלן. ווי אזוי אמאל פרייליך גיוון. מעשה אמאל איז גיוון א מלך. דער מלך האט גיהאט א בן יחיד, האט דער מלך גיוואלט אפגיבן די מלוך זיין זון בחייב האט ער גימאכט א גרויסן באל. און וועל דער מלך מאכט א באל איז בוודאי זייער פריילעך. בפרט היינט, וואס ער האט אפגיגיבן די מלוכה זיין זוהן באם לעבן. איז אוודאי גיווען זייער א גרויסע שמחה. און סע איז דארט גיווען אויף דעם באל אלע שרי מלוכה. און אלע דוכסים און אלע שררות. און מע איז זייער פריילגעך גיווען אויף דעם באל. און די מדינה האט אויך הנאה גיהאט פון דעם וואס דער מלך גיט אפ די מלוכה זיין זוהן זוהן באם לעבן, ווארן סע איז גרויסר כבוד דעם מלך.און סע איז דארט זייער א שמחה גיוון. און סע איז גיווען אללערליי זאכן פון שמחה. קאפלעלייעס און קאמעדייעס און דעסט גלייכן און אלדינג וואס סע ניצט נאר צו שמחה, איז אלץ דארט גיוון אויף דעם באל, אז זיי זענען שוין זייער פריילעך גיווארן, האט זיך דער מלך אויף גישטעלט, און האט גיזאגט צום זון, באשר,איך בין א שטערן זעהער. זע אז דו וועסט אמאל ארפ פון דער מלוכה, בכן זאלסטו זעהן אז זאלסט ניט האבן קיין עצבות אז דו וועסט אראפ פון מלוכה, נאר דו זאלסט פריילעך זיין. און אז דו וועסט האבן עצבות, וועל איך אויך פריילעך זיין. וואס דו ביסט קיין מלך ניט, ווארן דו קערסט זיך קיין מלך ניט צו זיין . ווארן דו ביסט זיך ניט פריילעך . לושמיר אז דו וועסט פריילעך זיין, וועל איך משונה פריילילעך זיין


............

Strumenti personali